קווינס - א עלף יעהריגער אינגל וואס איז געפארן אויף זיין ביציקל, ליגט אין שפיטאל, נאכדעם וואס ער איז אראפגעקלאפט געווארן אין "פאַר ראַקעוועי", און געווארפן געווארן אין די לופט. די פאליציי זוכט דעם דרייווער, וואס איז אנטלאפען פון די סצענע.

די פאליציי גיט איבער אז דאס קינד איז געפארן מיט די ביציקל נעבן די אינטערסעקשאן פון היעלי סטריט און דיקענס סטריט בערך 8 אזייגער היינט צופרי, ווען א שווארצע קאר - מעגליך א האנדא עקארד - האט אריינגעזעצט אין אים און דאן ווייטער געפארן. דאס קינד איז אריינגעפירט געווארן צו די לאנג איילענד דזשואיש שפיטאל, ווי ער געפונט זיך אין א ערנסטע צושטאנד, מיט אינערליכע וואונדן.

די אויספארשונג גייט אן, און קיינער איז דערווייל נאכנישט ארעסטירט געווארן.

בילד



אויסשליסליכע באריכט פון יואל זילבער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל