האנאלאלא - דער געוועזענע קאנגרעסמאן עד קעיס האט געוואונען די דעמאקראטישע פריימערי פארמעסט פאר קאנגרעס. דער 65-יעהריגער קאנסערוואטיוו האט באזיגט פינף אנדערע קאנדידאטן, ארייינגערעכנט לוטענאנט גאווערנאר דאוג טשין.

קעיס האט פארטרעטן האוואאי אין קאנגרעס פון 2002 ביז 2007, און האט זינט דאן פרובירט צו לויפן פאר קאנגרעס און די סענאט, ביז ער האט זיך צוריקגעצויגן פון פאליטיק און געווארן אן עקזעקוטיוו פאר א האטעל פירמע.

קעיס' ערפארונג אין קאנגרעס, האט אים געגעבן די פאליטישע אויבערהאנט און די וואלן. ער זאגט אז ער האט באשלאסן צו לויפן, ווייל ער זעהט וואו די פאליטישע מאשין אין וואשינגטאן פונקציאָנירט נישט, און ער גלייבט אז ער קען ארויסהעלפן.

בילד

אויסשליסליכע באריכט פון אפרים הערשקאוויטש צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל