די לאס אנדזשעלעס פאליציי האט פארעפנטליכט דראמאטישע באדי-קעם ווידיא פון די שיסעריי אין יוני וואס האט איבערגעלאזט טויט א ווילדער מענטש מיט א מעסער און א פרוי וואס ער האט פארכאפט אלס משכון.

די שיסעריי איז פארגעקומען יוני 16 אינדרויסן פון א שעלטער פאר די היימלאזע, ווי גווילארמאו פערעז האט געוואלט אראפשניידן די קאפ פון א פרוי. די פאליציי האב אויסגעשאסן בערך 20 מאל, הרג'נדיג ביידע, דער פארברעכער און זיין משכון

עס ווערט געהערט אויף די ווידיא ווי די פאליציי בעט דעם פארשוין אהן א שיעור מאל: "דראפ די נייף!" (ווארף אראפ די מעסער).

בילד


אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל