א קאלאראדא ספרינגס אפיציר איז באריכטעט געווארן אין א קריטישע צושטאנד, נאכ'ן א שיסעריי צופרי.

די פאליציי האט געענטפערט צו עטליכע רופן איבער א שיסער בערך 3 פארטאגס, און ווען די אפיצירן זענען אנגעקומען האבן זיי געטראפן א מענטש שיסן. א פייער אויסטויש האט זיך אנגעהויבן, און דער פינף-יעהריגע פאליציי וועטעראן קעם דוזל איז פארכאפט געווארן אין די שיסעריי.

דער געשאסענער פאליציאנט איז געווען אין די נייעס דריי יאהר צוריק, ווען ער האט געהאלפן ראטעווען א בער, וואס זיין קאפ איז פארהאנקערט געווארן אין א פלאסטישע פלעשל. ער גייט אדורך א אפעראציע, און איז אין א קריטישע צושטאנד.

דער שיסער איז אויך געשאסן געווארן, און איז פארוואונדעט אין א נישט קריטישע צושטאנד.

בילד

אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל