נאכדעם וואס טערקיי האט שארף אפגעלייקענט אז זי וועט באפרייען דער אמעריקאנער גלח ענדרו ברונסאן פון טורמע, האט די אמעריקאנער רעגירונג ארויפגעלייגט סאנקציעס אויף צוויי הויכע טערקישע באאמטע.

ברונסאן, א 50-יעהריגער גלח פון צפון קאראליינע, איז ארעסטירט געווארן דעצעמבער 2016 פאר שפיאנאזש און טעראר קלאגעס אין פאַרבינדונג מיט די דורכגעפאלענע פוטש, און קען באקומען ביז 35 יאהר טורמע אויב ער ווערט געפונען שולדיג אויף אלע קלאגעס.

דער טערקישער פרעזידענט ראסיפ טאיעפ ערדאוואן האט אפגעלייקנט אז ער איז איינגעגאנגען אויף אן אפמאך צו ארויסלאזן דער אמעריקאנער גלח . ער האט אויך געווארנט אז טערקיי וועט נישט "אריינגעשטופט ווערן" אין קיין אפמאך.

אמעריקע האט ארויפגעשטעלט סאנקציעס אויף די טערקישע יוסטיץ מיניסטאר אבדולהאמיט גול און די אינערן מיניסטאר סולעימאן סאולא, האט די טרעזשורי דעפארטמענט געמאלדן.

אפגעטוהן אויף טערקיש!

בילד: דער אמעריקאנער גלח ענדרו ברונסאן

ערדאוואן עקשנ'ט זיך אבער אז עס נישט פארהאן קיין שום אפמאך.אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל