אילינאי - פּראָקוראָרן האבן היינט געמאלדן קלאגעס קעגן צוויי פארשוינען וואס זענען ארעסטירט געווארן צוויי וואכן צוריק דאנערשטאג, און זענען פארדעכטיגט אין שפיאנירן פאר איראן, און אין נאכקוקן א אידישע צענטער אין שיקאגא, ווי אויך אמעריקאנער מענטשן וואס זענען מיטגלידער פון א איראנער אָפּאָזיציע גרופע אין גלות דא.

קרימינאלע קלאגעס זענען אריינגעגעבן געווארן קעגן דעם 38-יעהריגער אַכמאַדרעזאַ מאַכמודי דורסטאַר, וואס פארמאגט  דועל בירגערשאפט סיי פון איראן און אויך פון אמעריקע, און דעם 59-יעהריגער מאַדזשיד גהאָרבאַני, אן איראנער בירגער וואס וואוינט אין קאליפארניע.

דורסטאַר און גהאָרבאַני זענען פארדעכטיגט אין דינען די אינטערעסע פון איראן צו נאכשפיאנירן פאליטישע אָפּאָזיציע, און אנדערע אקטיוויטעטן וואס טוט איינשטעלן דאס לעבן פון אמעריקאנער בירגער, האט געזאגט די געהילף אטוירני דזשענעראל דזשאן דעמערס.

לויט די געריכט דאקומענטן (זעה אונטן), האבן ביידע געזאמלט אינפארמאציע איבער מענטשן וואס טעהראן באטראכט אלס פיינט, אריינגערעכנט איזרעילי און אידישע אינטערעסע און די עם.עי.קעי. (מודזשעהאדין חאלק) דיסידענטן (וואס אמעריקע האט געהאט קלאסיפיצירט אלס א טעראריסטישע גרופע, פון 1997 ביז 2012). די קלאגעס טראגן א מאקסימום פון 35 יאהר, אויב זיי ווערן געטראפן שולדיג אויף אלע קלאגעס.

לויט די עף.בי.איי. פאפירן, האבן די פאר נאכגעקוקט און פאטאגראפירט די זיכערהייט דעטאלן פון די "ראהר חב"ד הויז" אין שיקאגא, ווי הרב יוסף בראקמאן איז דער רב, און באדינט אסאך סטודענטן פון די אילינאי אוניווערסיטעט.

לייענט די אנקלאגע

בילד




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל