בריסל – די הימלען העכער בעלגיע זענען נעכטן צייטווייליג געווען אפגעשפארט, נאכדעם וואס עס האט זיך געמאכט אן ערנסטער פראבלעם מיט די לופט-טראפיק קאנטראל קאמפיוטער סיסטעמען. א ווארטזאגער פאר די בעלגישע אוויאציע אויטאריטעטן האט נעכטן אינדערפרי געזאגט, אז אן עמורדזשענסי פארארדענונג איז ארויסגעשיקט געווארן צו אלע לופטליניעס, אז קיין שום פליגערס קענען זיך נישט הייבן אדער לאנדן אין בעלגיע, און דאס האט אזוי אנגעהאלטן פאר צוויי שעה, איידער ס'איז געלונגען צו פאררעכטן דעם קאמפיוטער סיסטעם. אלעס אינאיינעם זענען 15 פליגערס אפגעשאפן געווארן, און צענדליגער זענען פארשפעטיגט געווארן, צוליב'ן פאראליז.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל