ערנפולע אמעריקאנער קאנגרעסיאנאלע דעלעגאציע אנגעקומען קיין רוסלאנד אין צוגרייטונג צו דער געפלאנטער סאמיט צווישן די צוויי לענדער'ס פירער
א קאלירפולע און ערנפולע אמעריקאנער קאנגרעסיאנאלע דעלעגאציע האט נעכטן אנגעהויבן א אפיציעלע וויזיט קיין רוסלאנד, ווי זיי וועלן זיך טרעפן מיט מעמבערס פון דער רוסישע פארלאמענט, ווי אויך מיט באאמטע פון די רוסישע אויסערן מיניסטעריום. דער דעלעגאציע ווערט אנגעפירט דורך דער רעפובליקאנער סענעטאר פון אלאבאמא 'ריטשארד שעלבי', און איז אויסגעארבעט געווארן אין דירעקטע צוגרייטונג צו דער געפלאנטע לענגערע סאמיט, וואס וועט ווערן אפגעהאלטן אין צוויי וואכן ארום אין העלסיניקי, צווישן פרעזידענט טראמפ פון אמעריקע און פרעזידענט ווילאדימיר פוטין פון רוסלאנד, דער קאנגרעסיאנאלע באזוך האט געזאלט אנגרייטן דער באדן און אויסגראדן פארשידענע דיפלאמאטישע בערג, און איינמאל פאר אלעמאל קלארשטעלן אז עס זענען נישטא קיין שום אנגעצויגנקייטן צווישן אמעריקע און רוסלאנד, על כל פנים אויף א פערזענליכע פארנעם.
ווי באקאנט איז געווארן געפלאנט א אפיציעלע סאמיט צווישן פרעזידענט טראמפ און פרעזידענט פוטין אין רוסלאנד, וואס ווערט פארקומען אין דער פינלאנדישע הויפט שטאט 'העלסיניקי', וואס געפינט זיך הארט לעבן רוסלאנד, ווי די צוויי וועלט פירער וועלן אויסארבעטן אלע וועלטליכע ענינים ווי די די צוויי וועלט גרויסמאכטן שפילן א ראלע, און פראבירן אויסצוגלייכן מיינונגס פארשידענהייטן וואס עס זענען דא צווישן די צוויי לענדער. די אינטערעסן ווי אמעריקע מיט רוסלאנד טרעפן זיך צוזאם איז פארשינדענארטיג, צום ערשטנ'ס איז סיריע, ווי אמעריקע וויל אויסארבעטן מיט רוסלאנד א קלארע פלאן ווי אזוי אסאד וועט זיך באפעסטיגן אין סיריע, אבער זיכער צו מאכן אז נישט איראן און נישט חיזבאלא שטעקן דארט אריין א פיס און מאכן זיך דארט באקוועם, א זאך וואס מדינת ישראל באקעמפט מיט ציין און נעגעל. און נאכדעם איז דא דער טראומפירענדע מלחמה אקעגן אייסיס ווי מען דארף אויסארבעטן די ענטגילטיגע פלענער, ווי אזוי מען ברענגט זיי אונטער אויף א פאטאלע אופן, און פארשטייט זיך ווי אויך די נייע גלאבאלע טרעיד אישו ווי רוסלאנד האט אויך היבש אריינצורעדן, ספעציעל נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט זיך אנגענומען פאר זיי ביי די 7G סאמיט, און צום לעצט, דער געפלאנטע שלום פלאן מיט נארט קארעא אין וואס רוסלאנד ווייזט ארויס גרויסע אינטערעסע.
דער קאנגרעסיאנאלע דעלעגאציע האט זיך נעכטן געטראפן מיטן אויסערן מיניסטער פון רוסלאנד 'לעוורעי סערגאוו', און איז געפלאנט היינט צו האבן א זיצונג מיט די פירער פון ביידע רוסישע הייזער פונעם פארלאמענט, דער פארזיצער פון דער קאנרעסיאנאלע דעלעגאציע סענעטאר 'ריטארד שעלבי' האט געזאגט פאר די פרעסע אז "אונזער באזוך דא אין רוסלאנד טוט קלאר אנצייכענען א נייע עפאכע צווישן די צוויי לענדער, און די האפענונג פון געוויסע אינטערעסן וואס טוען האפן אויף א שווערע קאלטע מלחמה צווישן אמעריקע מיט רוסלאנד, וועט קלאר ווערן צונישט". אזוי אויך האט דער ווארטזאגער פון דער קרעמלין 'דימיטרי פעסקאוו' באגריסט דער אנקומעדיגע דעלעגאציע, און געזאגט אז "די אנקומעדיגע קאנגרעסלייט זענען א שטארקע ברכה פאר אונזער לאנד, און איז זייער א שטארקע הילף פאר די פאראויס טריט פון אונזערע לענדער.

הוסף רשומת תגובה