לאנדאן – די דראמא אינערהאלב דער בריטישער רעגירונג, ארום די ברעקזיט געשפרעכן, האלט ווייטער אן, און נעכטן האט מען געהערט אז דער בריטישער אויסערן מיניסטער באריס דזשאנסאן האט רעזיגנירט פון זיין אמט. די דראמא קומט נאכדעם וואס פרעמיער מיניסטארשע טעריסא מעי האט דערגרייכט א דיעל איבער די ברעקזיט פראצעדורן מיט'ן אייראפעאישן יוניאן, אבער פילע פון אירע מיניסטארן זענען נישט צופרידן, ווייל זיי טענה'ן אז דער דיעל מיינט אז ענגלאנד וועט נאך זיין אנגעוויזן גאר א סאך אויפ'ן אייראפעאישן יוניאן. זינט זונטאג אינדערפרי האט שוין די פרעמיער מיניסטארשע מעי פארלוירן דריי קאבינעט מיניסטארן, און ס'איז דא אן ערנסטער שאנס אז איר רעגירונג זאל צוזאמפאלן און מ'זאל דארפן פרישע וואלן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל