וואשינגטאן – אין יאר 2006, ווען עס זענען פארגעקומען מידטוירם וואלן, און דער רעפובליקאנער פרעזידענט בוש איז געווען אין אמט, האבן הויכראנגיקע ווייסע הויז ראטגעבער געגרינדעט א געהיימע גרופע, זיך צו גרייטן אויף דער שטארקער מעגליכקייט אז די דעמאקראטן וועלן פארכאפן קאנטראל פון קאנגרעס, וואס דאן וועט דאס ווייסע הויז מיטארבעטן מיט זיי. א באריכט נעכטן אין "עקסיאס" צייגט, אז דאס ווייסע הויז יעצט אונטער טראמפ, מאכט נישט די מינדעסטע צוגרייטונגען, צו האבן א פלאן וויאזוי צו דיעלן מיט די דעמאקראטן נאך די מידטוירם וואלן, ווייל טראמפ לאזט אפילו נישט רעדן פון אזא מעגליכקייט, זייענדיג קאנפידענט אז די רעפובליקאנער בלייבן אין קאנטראל.

בילד

Post a Comment

Previous Post Next Post