גריכלאנד - א האלאקאוסט מאנומענט אין סלוניקי (Thessaloniki), געבויט אלס אנדענק פאר די לאקאלע ביה"ח וואס די נאציס האבן פארניכטעט, איז וואנדאליזירט געווארן.

די מאנומענט וואס פאראייביגט די אידישע ביה"ח וואס די נאציס ימ"ש האבן חרוב געמאכט, געפונט זיך אויף די שטח פון די אריסטאטל אוניווערסיטעט, איז אנגעפירקלט געווארן מיט בלויע פארב.

עס איז דערווייל אומבאקאנט ווער עס האט דורכגעפירט די אקט נעכטן, און די אוניווערסיטעט האט שוין גערייניגט די מאנומענט.

בילד

אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל