מיטל מזרח - עטליכע אראבישע לענדער האבן אנגעהויבן לייגן גרויס דרוק אויף די טראמפ אדמיניסטראציע, אז זיי זאלן דערווייל נישט פובליצירן זייער פלאן פאר שלום צווישן די פאלעסטינער און מדינת ישראל. די לענדער זאגן, אז די טראמפ אדמיניסטראציע זאל קודם ענדערש ארבעטן צו באקומען שטיצע פון די פאלעסטינער פירערשאפט אויפן פלאן.
די לענדער וואס ווארענען זענען עגיפטן, ירדן און סאודי אראביע, וואס אלע פלאגן זיך מיט אינערליכע אומרואיגקייט און שווערע עקאנאמיעס, און זיי זענען באזארגט אז די טראמפ אדמיניסטראציע׳ס פלאן וועט נאר ברענגען מער אויפברויז און אנדרייען פראטעסטן אין זייערע לענדער.

הוסף רשומת תגובה