וואשינגטאן – די איי-אר-עס האט פרייטאג פובליצירט א נייעם שטייער-פיילינג דאקומענט, וואס וועט זיין פון היינט און ווייטער אזוי קליין אז ס'וועט קענען אריינגיין אין א געהעריגן קאנווערט. די איי-אר-עס זאגט אז דערמיט האלט זי איין א פארשפרעכונג פון פרעזידענט טראמפ און קאנגרעס, וועלכע האבן ביים דורכפירן דעם שטייער רעפארם געזעץ געזאגט, אז זיי צילן צו מאכן אזוי גרינג און פשוט דאס פיילן שטייערן, אז ס'זאל אלעס קענען שטיין אויף א "פאסט קארטל". דער דאקומענט, וואס איז באקאנט אלס דער "1040 פאָרעם" און איז ספעציעל פאר אינדיווידועלן און פארפעלקער, נישט פאר ביזנעסער, פלעגט ביז היינט זיין צוויי בלעטער, און יעצט איז עס בלויז איין האלבע בלאט, מיט אינפארמאציע אויסצופילן אויף ביידע זייטן.

פאָרעם 1040

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל