א היט-ענד-ראן עקסידענט דעם פארגאנגענעם שב"ק אין בארא פארק, איז מעגליך געווען א דירעקטער אטאקע, מיט די כוונה צו שעדיגן פיסגייערס.
די קאר האט אריינגעזעצט אין דריי מענטשן, אריינגערעכנט א טאטע און זיין זוהן, אויף די 11'טע עוועניו און 56'סטע סטריט, בערך 6:30 שב"ק נאכמיטאג.
לויט געוויסע באריכטן, האט ער אראפגעקלאפט אלע דריי מענטשן פארענדיג צוריקצווועגס, אבער האט זיך דאן גענומען פארן פאראויס, און איבערגעפארן צוויי פון זיי נאכאמאל.
צוויי באטראפענע זענען שוין ארויסגעלאזט געווארן פון די מיימאנידעס שפיטאל ווי זיי זענען אלע אריינגעפירט געוורן דורך די חברה הצלה גלייך נאך די אנצידענט, און דער דריטער פארבלייבט נאך דערווייל פאר באהאנדלונג.

אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)
הוסף רשומת תגובה