וואשינגטאן – דער ניו יארק טיימס באריכטעט, אז דעפיוטי אטוירני דזשענעראל איז שטארק ברוגז אויף פרעזידענט טראמפ. ווען טראמפ האט געווארפן דזשעימס קאומי, האט ער געזאגט אז ער טוט דאס וויבאלד ראזענסטיין האט געשריבן א בריוו איבער קאומי'ס באהאנדלונג פון דער אויספארשונג אויף פרוי קלינטאן, און אינעם בריוו שרייבט ראזענסטיין אז קאומי האט געפירט די אויספארשונג זייער אומפראפעסיאנאל. ראזענסטיין זאגט פאר זיינע פריינט, אז טראמפ האט אים "אויסגענוצט", און אויסער דעם דעקט דער ניו יארק טיימס אויף, אז ווען ראזענסטיין האט גענומען ראבערט מוללער אלס א ספעציעלער פראקוראר פאר דער רוסלאנד אויספארשונג, האט ער נישט געהאט געזאגט פאר אטוירני דזשענעראל סעשאנס דערוועגן פון פאראויס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל