עסטרייך - א לאקאלע פאליטישאן האט פארגעשלאגן א געזעץ וואס וועט פארבאטן צו פארקויפן כשר פלייש, אויסער פאר אידן וואס האבן זיך איינגעשריבן אין א ספעציעלע רעגיסטראַציע.

די "ווינער צייטונג" האט באריכטעט איבער די פארשלאג פאר די "נידריגע עסטרייך" סטעיט, איינע פון עסטרייך'ס ניין סטעיטס. גאטפריעד וואלדהויזל, דער קאבינעט מיניסטאר פאַראַנטוואָרטלעך פאר די באשעפענישן רעכטן, האט פארטיידיגט די באגריף, זאגענדיג אז עס איז נויטיג פון א חיה'ס-וואוילזיין געדאנק.

אסקאר דייטש, פרעזידענט פון די אידישע קהלה אין וויען, האט געווארענט אז דאס מיינט אז די עסטרייכישע רעגירונג וועט צוזאמשטעלן א ליסטע פון אלע אידן, עפעס וואס איז ענליך צו די אנהויב פון די נאצישע קאמפיין אין 1938.

בילד

אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל