וואשינגטאן – נעכטן האט זיך אפיציעל אנגעהויבן דער ציילונג פון "100 טעג צו די מידטוירם וואלן", ווען די רעפובליקאנער האפן אנצוהאלטן קאנטראל פון סענאט און קאנגרעס, און די דעמאקראטן האפן צו פארכאפן קאנטראל כאטש פון איינס פון די הייזער. קוקנדיג יעצט וואו דער מצב שטייט יעצט, האלט די ענטוזיאזם ביי דעמאקראטן מיט 5 פראצענט מער ווי ביי רעפובליקאנער.
אבער דאס איז פארט נישט אזוי הויעך, און צייגט אז ס'קומט ווארשיינליך נישט א "כוואליע עלעקשאן" – וואס באדייט אז די דעמאקראטן וועלן טאקע געווינען קאנטראל פון איינס פון די הייזער, אבער די רעפובליקאנער וועלן נישט ממש אפגעווישט ווערן פון דער מאפע, ווייל ביי פריערדיגע כוואליע-עלעקשאנס, אין 2010 און אין 2006, איז ענטוזיאזם ביי די אפאזיציע פארטיי געווען שטארקער ווי יעצט.
הוסף רשומת תגובה