פרעזידענט טראמפ האב געהאלטן די וואך א רעדע פאר וועטעראנען, ווי ער האט געזאגט אז ער האט כסדר באקומען פארלאנגען נישט צו אריבערפירן די אמעריקאנער אַמבאַסאַדע קיין ירושלים.
"איך בין באמבאדירט געווארן מיט רופן דורך יעדע פירער פון די וועלט, בעטענדיג מיך און פארלאנגענדיג אז מיר זאלן עס נישט טוהן, ביז איך האב מער נישט אאויפגעהויבן זייערע קאלס. איך האב זיי צוריקגערופן נאכדעם וואס מיר האבן עס געטוהן (געמאלדן דאס אריבערפירן די אַמבאַסאַדע), עס איז געווען איינע פון די סארט ארבעט... לאמיר שפעטער צוריקרופן... כ'האב באקומען קאלס פון קעניגן, פרעזידענטס און דיקטאטורן. כ'האב באקומען קאלס פון יעדעם, און ווען איך האב געוויסט וואס זיי ווילן, האב איך געזאגט 'זאג זיי כ'על צוריק רופן'. שפעטער האב איך צוריקגערופען און געזאגט 'אה, כ'האב נישט געוויסט אז דו האלסט אזוי, שוין, ס'איז צו שפעט'..."
אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)
הוסף רשומת תגובה