העלסינקי – נעכטן האט מען געהערט געמיינזאמע און פאראייניגטע פארדאמונג, פון רעפובליקאנער און דעמאקראטן צוגלייך, נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט אפגעהאלטן דעם לאנג-דערווארטעטן סאמיט מיט'ן רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין.

בילד


נאך איידער'ן זיך אראפזעצן מיט פוטין, האט טראמפ געשריבן א מעסעדזש, אז אמעריקע'ס "נארישקייטן און לעכערליכקייטן" זענען שולדיג אויפ'ן פאקט וואס מ'האט נישט קיין גוטע באציאונגען מיט רוסלאנד. דער מעסעדזש האט באלד ארויסגעברענגט קריטיק, אז טראמפ וואלט ווען אזאנס נישט געדארפט שרייבן.

פוטין און טראמפ זענען דאן געזעסן פריוואט, בלויז אין דער אנוועזנהייט פון צוויי דאלמעטשערס, פאר צוויי שטונדן און צען מינוט, איידער זיי זענען ארויסגעקומען און זיך געזעצט פאר א קורצער מיטינג אינאיינעם מיט פארשטייער פון די אמעריקאנער און רוסישע רעגירונגען.

*

נאך די זיצונגען, זענען פוטין און טראמפ ארויסגעקומען צו א פרעסע קאנפערענץ, וואו טראמפ האט אויף אישו נאך אישו גענומען רוסלאנד'ס זייט. צווישן אנדערן האט טראמפ געזאגט, אז ער גלייבט אז רוסלאנד האט נישט דורכגעפירט העקערייען ביי די יאר 2016 וואלן – טראץ אמעריקע'ס שפיאנאזש אגענטורן זאגן קלאר אז יא.

צווישן אנדערע קאמענטארן ביים פרעסע קאנפערענץ, האט פוטין געזאגט, אז רוסלאנד האט נישט קיין שום באהאלטענע שמוץ אויף טראמפ. פוטין זאגט אז ס'איז אמת אז ער האט געוואלט טראמפ זאל געווינען די וואלן, און אז ער איז גרייט צו ארבעטן מיט ראבערט מוללער אינאיינעם אויף דער רוסלאנד אויספארשונג.

*

באלד נאכ'ן פרעסע קאנפערענץ, האט מען געהערט גאר שארפע סטעיטמענטס פון אמעריקאנער פאליטישאנס, אריינגערעכנט פון קאנגרעס ספיקער פאול רייען, וועלכער האט געזאגט אז "ס'איז נישטא קיין שום פראגע" אז רוסלאנד איז שולדיג אויף די העקערייען אינעם 16' וואל סעזאן.

צווישן רעפובליקאנער וועלכע האבן פארדאמט טראמפ פאר'ן זיך נישט אננעמען פאר אמעריקע'ס שפיאנאזש אגענטורן, איז געווען סענאטאר בען סאוס און סענאטאר לינדזי גרעהעם. דעמאקראטן האבן אים אויך שארף פארדאמט, אריינגערעכנט טשאק שומער, וועלכער האט באצייכנט טראמפ אלס "א געפארפולער שוואכלינג".

דער געוועזענער סי-איי-עי דירעקטאר, דזשאן ברענען, האט געזאגט, אז דער וועג וויאזוי טראמפ האט זיך אויפגעפירט איז קלאר א פארראט קעגן די פאראייניגטע שטאטן, און דער געוועזענער דירעקטאר פון נאציאנאלע שפיאנאזש, דזשעימס קלעפער, האט געזאגט אז טראמפ'ס אויפפירונג איז "ריכטיג אומגלויבליך".

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל