מינעסאטע - מיניאפאליס אויטאריטעטן האבן נעכטן פארעפנטליכט א באַדי-קעם ווידיא פון די פאטאלע שיסעריי פון די 31-יעהריגער שווארצער טורמאן בלעווינס, וואס איז געשאסן געווארן פון אונטען נאך א ווילדע לויפעניש.

אפיצירן דזשוסטין שמידט און רייען קעלי האבן געענטפערט א רוף אז א מאן שיסט אין די לופט מיט א גאן, יוני 23 אין צפון מיניאפאליס. די ווידיא ווייזט ווי די פאליציי קומט אן, באמערקט עפעס וואס זעהט אויס ווי א גאן, הייסן אים זיך אפשטעלן אבער ער לויפט אוועק. שפעטער הערט מען ווי די פאליציי שיסט אים, ווען עס זעהט אויס ווי ער ציהט ארויס א רעוואלווער.

מען הערט די פאליציאנט שרייען ערשט "ער האט א גאן!" און דאן "סטאפ! סטאפ! הייב אויף דיין הענט! איך וועל שיסן!" אויך הערט מען ווי בלעווינס שרייט צוריק "איך האב גארנישט געטוהן, ביטע שיס נישט, לאמיך צורוה"

בילד


אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל