דער געוועזענער מאכטפולער פאלאטישאן, נ.י. אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער, איז יעצט פארשיקט געווארן צו זיבן יאהר טורמע פאר קארופציע קלאגעס.

סילווער איז ווידעראמאל געפונען געווארן שולדיג אין די צווייטע קעיס, נאכדעם וואס די אפעלאט געריכט אין ניו יארק האט אים ריינגעוואשן צוליב וואס א ארטייל אין א אנדערע געריכט האט געפונען אז רעגירונג באאמטע קענען נישט ווערן אנגעקלאגט אויב די אקט וועלכע זיי טוען אין אויסטויש פאר שוחד איז נישט קיין אפיציעלע רעגירונג פונקציע, ווי שאפן פראטעקציע, די הויפט אָריגינאלע קלאגע קעגן סילווער.

די שטראף פון זיבן יאהר, איז פינף יאהר ווייניגער ווי די 12 יאהר וואס ער וואלט געדארפט דינען אונטער די פאריגע אורטייל.

בילד

אויסשליסליכע באריכט צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל