נחמו נחמו עמי, גייט מען וואו?
וואס גייט מען טאהן מוצ"ש?

פון פליגל

בילד


ס'געווען 3.1 שווערע וואכן פאר כלל ישראל, אנגעהויבן ביי שבעה עשר בתמוז ווי מ'אט געפייערט דעם אנהויב פון די טרויער טעג מיט א שטארקע קאווע זונטאג פארטאגס, און פון דאן ביז 3 וואכן מיט א טאג דערויף האט מען אומאויפהערליך געטרויערט אויף'ן חורבן ביהמ"ק, מען האט נישט געהערט קיין מיוזיק, מען האט נישט געקענט זיך שערן, מען האט נעבעך נישט געקענט באנייען קיין נייעם העמד, מען האט נישט געקענט טאנצן אויף חתונות און שטייצעך איעדע נאכט האט מען געקלאגט ארום האלבער נאכט אויף'ן מצב הדור אז מיר זענען נאכאלץ אין גלות. מען האט אייביג געהאלטן פאר די אויגן דעם מאמר "בדור שלא נבנה כאילו נחרב", מענטשן האבן געטרויערט טאג און נאכט, מען האט נישט געוואוסט מה יולד יום, ווען גייט משיח אנקומען, מען האט עקסטער איינגעריסן און געבעטן ביי אלע תפלות וואס דערמאנען דעם גלות און שובת ציון וירושלים.

קומט ר"ח אב און עס פאלט א ביטערניש אויפן הארץ, מען ווייסט די צרות האבן זיך דאן געשטארקט, מען גייט א שטאפל ווייטער, מען גייט נישט אין באדע, מען טוישט נישט קיין וועש, מען עסט נישט קיין פלייש, מען איז'ך ריכטיג מצער מיט די שכינה וואס'ז אין גלות, מען גרייט זיך אז אויב משיח וועט ליידער נישט קומען וועט מען מוזן פאסטן ת"ב און זיך אויפפירן ווי ריכטיגע אבלים, זיצן אויף דער ערד, נישט אנטאהן קיין געהעריגע שיך, מען גייט זאגן איכה מיט יענע טרויעריגע אונמוטיגע ניגון, און מען גייט נעבעך פארלאזן א טרער אדער מער און ריכטיג קלאגן אויף דעם חורבן.

קומט א מוצאי ת"ב און דער אידל טרעפט זיך אנגעזעצט און פאר מרה שחורה'ט, כ'אב אזויפיל ציזאמעגעוויינט און געטרויערט, געהאפט און געווארט אז ס'עט נישט אויספעלן, און דא באקומ'ך א פראסק א הילכיגע, משיח איז נישטא, מען גייט צוריק צום רוטין און גארנישט, ווילסט מיר זאגן אז כ'אב נישט גענוג געטאהן און דער ביהמ"ק וואלט חרוב געווארן אין מיינע צייטן?

אויף דעם זאגט דער נביא נחמו נחמו עמי יאמר אלקיכם, דאונט ווארי, דער ביהמ"ק גייט נאך אויפגעבויעט ווערן, עס גייט זיין בעסער און שענער ווי די פאריגע, איך דריי זיך מיט דיר אין גלות צוזאמען און איך גיי דיר מיטנעמען ווען די צייט גייט זיין דערצו, אבער זיי וויסן אז איך ווייס פון דיר און פון דיין קלאג, איך בין אויף דיין זייט און דו קומסט מיט מיר.

נאכדעם קומען 7 וואכן וואס מען זאגט ביי די הפטורה פסוקי נחמה, דער איד זאל נישט געפאלען ווערן ביי זיך, נאר וויסן און ווייסן אז דער אויבערשטער גייט אונז נאכאמאל אויסלייזן, הן גאלתי אתכם אחרית כראשית, וגדול יהי' כבוד הבית האחרון יותר מן הראשון. אלעס אז דער איד זאל חלילה נישט זיין געפאלן ביי זיך אין עצבות.

ני שוין, מה נאמר ומה נדבר. לאמיר זען וויזוי מיר האבן אפגעראכטן די טרויער טעג. וויזוי האבן מיר אנגענומען די 3 וואכן, מיט פרעשור? האבן מיר טאקע נישט געהערט קיין מיוזיק, אבער ספירה טעיפס האט מען געקענט הערן פון אלע קארס ארויסזינגען, עה, דעס'ז נישט קיין מיוזיק, ס'יז א דיזשיטעל וואויס, דער מאשין מאכט'ס נאר "אויסקוקען" ווי מיוזיק... אויסגעשפילט דעם סיסטעם..

אויפגעשטאנען זאגן תיקון חצות? אדער זיך הערשט דאן געלייגט?
ר"ח אב האמיר טאקע נישט גענומען קיין באד? פעך, אבער מ'אט געטראפן א היתר "איך בין אן איסטניס".
מילכיג? נע, היינט איז געווען א סיום, און ס'יז געווען האק און בראק. און מארגן גייט זיין פארעווע פרענקס און סעסעמי נאגעטס.
טאקע נישט געווען קיין חתונות אבער די אלבום וואס שמוילי-3 גייט ארויסגיבן ווערט שוין מיט אנגסט אפגעווארט.

וואף, באלד קומט טיש עבאוו, סאו דעפרעסינג, מ'גייט נישט מעגן עסן, און מ'גייט זיצן פאני, נידעריג. מען האט געטראפן א גוטע טשעיר ביי וואלמארט, און מ'אט געהאט א פולי טשארדזשד פאון ביי איכה, ווען זאגט מעשוין אלי ציון? פ"וו האט מענ'ס נישט געקענט לייגן אנהויב קינות און פיניש? איך פארשטיי נישט די טייטש און איך זאג נאר וואס כ'פארשטיי. זאג, אלי ציון פארשטייסטו יא אדער דער ניגון געפעלט דיר? מ'לויפט ארום סנעפן פיקטשערס פון רעבעס און אדמורים וויזוי זיי קלאגן אויפן חורבן, און ווער ס'אט א שענערע טיש עבאוו בענקל און שטענדער סעט.

קומט א מוצאי ת"ב און מען אטעמט "פיינעלי" אפ, מארגן קויפט מען די לעצטיגע נייעסטע סידי און חצות גייט דאס אנהויבן באכען, און א נקמה אין טיטוס'ן, קראכן זאל'ר, די אידן האבן'ס איבערגעלעבט!

קומט א שבת נחמו און די אדערן פון מח קראכן שוין ווי טיטוס'ןס פליגל, מען "מוז" ערגעץ גיין, מען "מוז" פראווענען א מאצעשאבעס נאכמי, פיצא און סושי, מיט די לעטעסט עמבידי און שוועקי, ראכיים און יעש טיקפא קראכן אויף די העכסטע.

וואס האב'ך געזאגט. מאצעשאבעס וואס? נאכמי? אה, נחמו! וואס מיינט טאקע נחמו? ווייסט טאקע נישט? ס'יז די הפטורה פון די וואך. די וואס? הפטורה? אה! דאס וואס די פאר כאניאקישע זאגן ארויס פון די פיצעלע ווערטער... נעקסטע וואך גייט'ס הייסן שבת ותאמר...

נחמו'ן ברויך ער? אייגענטליך ניטאמאל ווייסט ער דעם טייטש דערפון, און ניטאמאל פארשטייט ער דעם ציהל דערפון, און ניטאמאל ווייסט'ר אז די קומענדיגע 7 הפטורות גייט מען טרייסטן די אידן אז זיי זאלן חלילה נישט בעצבות ווערן איידערן יום הדין.

עס קען זיין אז עס ארבייט בערך ווי די קינדער אקטיוויטי'ס אין קעמפ, היינט איז פורים, אלע קינדער גייען מיט פארקערטע העמעדער און טראגן משלוח מנות. מארגן איז לג בעומר מ'גייט מאכן א קעמפ פייער. איבערמארגען איז פסח און מ'גייט פירן א סדר. און אלעס קומט סיריעס, מ'זינגט שטארק דעם בר יוחאי און דעם אדונינו בר יוחאי, מ'טראגט ווייסע העמעדער און מ'טרינקט גרעיפ דזשוס און קעטשאפ, מ'פירט א סדר, איי מיען ס'יז עכט, ניין? און אויך אזוי פירט מען א שבת נחמו.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל