קארמעל - מייק פענס האט שטארק פארדאמט די ראסיסטישע גראפיטי אויף א ביהמ"ד אין אינדיאנא.

דער ווייס פרעזידענט, און נאך אסאך אנדערע פאלאטישאנס, האבן פארדאמט די אנטיסעמיטישע אינצידענט, זאגענדיג אז עס איז "שרעקליך" און מאכט אים "קראנק". אויך האט ער גע'טוויט' "די אנטיסעמיטישע אקט מוזן זיך אפשטעלן".

די קאנסערוואטיווע בית המדרש שערי תפילה האט ארויסגעגעבן א סטעיטמענט:
זינט די וואנדאליזם, האבן מיר געארבעט מיט די קארמעל פאליציי, געלאזט וויסן אונזערע מתפללים, און געארבעט מיט די אינדיאנאפאליס דזשואיש קאמיוניטי ראלעשאנס קאונסיל און אנדערע אידישע אגענטורן צו פארזיכערן אז יעדער איז אויפמערקזאם איבער די פאסירונג, און קענען נעמען די נויטיגע מאסנאמען.

בילד: די ביהמ"ד

בילד: די גראפיטי

בילד: די גראפיטי

טוויט: מייק פענס

אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל