פרעזידענט טראמפ געט א אויספירליכע באריכט פון זיין סאמיט מיט פרעזידענט פוטין פאר דער קאנסערוואטיווער טאק שאו האוסט 'שאן הענעטי'; דער אינטערוויא איז פארגעקומען בלויז געציילטע מינוטן נאכן סאמיט

בילד


נאך דעם וואס דער אייער-נעכטיגער שטורעם איבער פרעזידענט טראמפ'ס שוואכקייט צו פרעזידענט פוטין האט זיך עטוואס אייינגעשטילט, האט דער קאנסערוואטיווע נייעס סטאנציע 'פאקס ניוז', ארויסגעגעבן א אונטערוויא וואס דער רעפובליקאנער שטערן און נייעס קארעספאנדענט און קאנסערוואטיווע העלד 'שאן הענעטי', האט אפגעהאלטן מיט פרעזידענט טראמפ, וואס איז פארגעקומען ממש געציילטע מינוטן נאך דעם וואס פרעזידענט טראמפ איז אנגעקומען צוריק אין זיין קווארטיר, נאכן האבן געענדיגט דעם פרעסע קאנפערענץ מיט פרעזידענט פוטין. זיי האבן במכוון צוריקגעהאלטן דער אונטערוויא אייער נעכטן פון ארויסקומען פארן פובליק, וויסענדיג דער גרויסע שטורעם וואס וועט אויסברעכן דא אין אמעריקע נאכפאלגענדיג דער סאמיט, ספעציעל נאכדעם וואס אפילו עליטע רעפובליקאנער סענאטארן און קאנגרעסלייט זענען ארויסגעקומען זייער שארף אקעגן דעם פרעזידענט, און האבן אים אפן קריטיקירט אין זיין איינזייטיג לטובת פוטין און אין זיין ווייעך און שוואך אקעגן זיינע אגרעסיעס, האבן זיי באשלאסן נישט ארויסצושטעלן דעם אינטערוויא אייער נעכטן נאר ווארטן אויף דינסטאג ווען דער שטורעם וועט זיך שוין אביסל זעצן, און מענטשן וועלן האבן די מעגליכקייט איבערצוטראכטן די פאסירונגען מיט ישוב הדעת.

ווען פרעזידענט טראמפ איז צוריקגעקומען פונעם קרעמלין, נאכן פרעסע קאנפערענץ און נאכן סאמיט, איז שוין 'שאן הענעטי'ס שטאב געווען פולקאם גרייט פארן אונטערוויא, אלע קאמערעס מיט מאשינען זענען שוין געווען פולקאם אנגעגרייט פארן אונטערוויא, אזוי אז ווען דער פרעזידענט איז צוריקגעקומען פונעם סאמיט האט ער זיך באלד געזעצט מיט 'שאן' און אנגעהויבן דעם אונטערוויא. דאס אליין פאר זיך, איז שוין א גרויסע חידוש, אז דער פרעזידענט זאל אפהאלטן א אונטערוויא תיכף נאכן זיצן מיט פוטין פאר איבער פיר שעה, און נאך א שעה פונעם פרעסע קאנפערענץ, וואס ווייזט ווי שטארק עס איז געגאנגן פאר טראמפ אין לעבן ארויסצוגעבן זיין מעסעדזש פאר זיינע רעפובליקאנער שטיצער.

דער אונטערוויא האט זיך אנגעפאנגן מיט עטליכע פראגעס איבער וואספארא טעמעס ער האט גערעדט מיט פרעזידענט פוטין, אויף וואס טראמפ האט געענטפערט אז ער האט דורכגערעדט מיט אים עטליכע וויכטיגע ענינים, וואס ער האלט אז זיי זענען יעצט די וויכטיגסטע אויף די וועלט ארדענונג. די מערסטע צענטראלע טעמע איז געווען נוקלעארע קאנטראל, אויף וואס טראמפ האט זיך געאייסערט "אבאמא האט געזאגט אז 'קלימאט טויש' איז דער גרעסטע פראבלעם פאר אמעריקע..., אבער איך האלט אז קאנטראל אויף נוקלעארע וואפנ'ס איז אונזער גרעסטע פראבלעם", טראמפ האט געזאגט אז ער און פוטין האבן זיך געאייניגט אויף א רייע וויכטיגע 'נוקלעאר קאנטראל' פונקטן. "די זעלבע זאך מיט נארט קארעא, פוטין וויל זייער שטארק זען א דיל מיט נארט קארעא, און ער שטיצט דאס זייער שטארק". דערמאנענדיג נארט קארעא האט פרעזידענט טראמפ געווידמעט אפאר מינוט אויף די טעמע, זאגענדיג "מיר מאכן פארשריט, גארנישט געשעט נישט אין איין מינוט, איך יאג מיך אין ערגעץ נישט, מיר האבן געווארט גענוג לאנג 70 יאר אזוי אויך"..., "אבער עס איז שוין דא גרויסע דערגרייכונגען.., קודם כל זענען די משכונות באפרייט, עס זענען דא צום ערשטן מאל אין 70 יאר דירעקטע געשפרעכן צווישן די צווי קארעא'ס, עס קומען שוין נישט פאר קיין באליסטיק מיסיל טעסטונגען, עס פליען שוין מער נישט מיסיל'ס איבער יאפאן, און דער עיקר עס קומען שוין מער נישט פאר קיין אונטערערדישע נוקלעארע אויפרייס טעסטונגען, וואס אויב עס וואלט ווען פארגעקומען וואלטן מיר תיכף געויסט דערפון".

"דערנאך האבן מיר גערעדט איבער די סיטואציע פון סיריע, עס זענען דא זייער אסאך וואס צורעדן איבער וואס עס גייט פאר אין סיריע, קודם כל שטייען מיר ערב א הומאניטארישע קריזיס דארט אין סיריע, צוליב וואס פרעזידענט אסאד געווינט די מלחמה, און מיליאנען פליטים קערן זיך צוריק אהיים, אבער עס איז א חרוב'ע לאנד אן גארנישט", "דערנאך דארף מען אפמאכן וואס מען טוט מיט די איראנע געווארדיסטן וואס זענען איבערגעבליבן דארטן נאך די מלחמה, מען דארף זען אז זיי זאלן זיך נישט דארט באקוועם מאכן..! פאר ביבי'ן איז דאס זיין נומער איינ'ס פיאריטעט אז דאס זאל נישט צושטאנד קומען, ער האט דאס דורכגערעדט מיט פוטין פאריגע וואך ווען ער איז דא געווען, און איך האב אויך גערעדט מיט פוטין יעצט דערוועגן, פוטין פארשטייט זייער גוט דעם פראבלעם, און ער איז מוכן צו ארבעטן מיט ביבי אויף דעם ענין", "פוטין איז בעצם זייער א גרויסע פריינד פאר מדינת ישראל, ער האט נאר א פראבלעם מיט איראן ווייל זיי האבן אים געהאלפן האלטן אסאד ביי דער מאכט, אבער מיר זענען זיך דורכגעקומען אויף דער ענין, איך וועל דאס נישט יעצט מפרט זיין, אבער מיר האבן א דיל". "לגבי דער איראנע נוקלעארע דיל, פארשטייט זיך אז פוטין וואלט ווען געוואלט אז דאס זאל בלייבן, ער האט דאך אסאך ביזנעס און געלט אונטערעסן מיט איראן, אזוי ווי די אייראפע'ער, אבער דער אמת'ע אמת איז אז דער דיל האט געדארפט ווערן אויס, און פוטין פארשטייט דאס זייער גוט"....

דערנאך איז מען צוגעקומען צום הויכפונקט פונעם אונטערוויא, נעמליך דער פרעזידענט'ס קאמענט'ס אקעגן מולער'ן און זיין סטעיטמענט אז ער גלויבט ענדערש פוטין אין דער נושא. "הער מיך צו שאן, איך ווייס נאר אזוי פיל, וואס מיין עקספיריענס מיט דער גאנצע מולער טיעם איז, איך זע קליפ און קלאר, אז דאס איז א פארפוילטע אינוועסטיגעישאן...! זייער איינציגסטע מאטיוו איז נישט ארויסצוקומען מיטן אמת, נאר צו קענען ענדליך שרייען "קעלודזשען קעלודזשען" מיט א באשטעטיגונג פון א אפיציעלע קאמיטי... אפשר קען מיר איינער ערקלערן וואס איז פשט פון די אינדייטמענט'ס צוויי טעג פאר איך קום אן קיין מאסקעווע זיך טרעפן מיט פוטין...? דאס איז נארמאל..? און נאכדעם וויל מיר נאך איינער איינרעדן אז עס איז נאך דא עפעס 'בייפארטיזאנשיפ' אין די גאנצע מולער שטאב..? סא, פארוואס זאל איך גלייבן אז די אינדייטמענט'ס אויף די 13 רוסישע זענען יא אמת..? דאס העלפט דאך למעשה זייער אגענדע אז עס איז געווען א רוסישע מעדלונג אין די וואלן, נישט אזוי..?

"און פון די אנדערע זייט האב איך געהאט א לענגערע שמועס מיט פרעזידענט פוטין איבער די נושא, ער האט זיך ביטער אויסגעגאסן דאס הארץ פאר מיר, אז די גאנצע אמעריקער-רוסישע באציאונגען ליידט וועגן די פוסטע איינרעדענישן..., פרעג איך דיר איז ער נישט גערעכט? ווי אויך האט ער מיר פארזיכערט קלאר הונדערט פראצענט, אז נישט רוסלאנד איז געווען די וואס זענען געשטאנען אונטער די מעדלונג". "ער האט מיר אפילו אנגעטראגן אז אלע רוסישע אגענטורן וועלן מיטארבעטן מיט די אמעריקאנער שפיאנאזש אגענטורן איבער דער ספעציפישע ענין, וואס אין מיינע אויגן איז דאס זייער א שיינע אנטראגע"....

"לאמיר דיר עפעס זאגן שאן, מען רעדט דא פון די צוויי גרעסטע וועלט'ס מאכטן, אונז ביידע קאנטראלירן 90% פון די וועלט'ס נוקלעארע שפיצן, און אונז קענען אזוי פיל אויפטון צוזאמען, און אנטשטאט'ס אונז זאלן ארבעט צוזאמען אויף די אלע קארדינאלע אישוס, זענען אונזערע פריקווענסיס גענצליך פארשלאסן..! אלעס צוליב א "אפגעריסענע נארישע וויטש האנט".... דאס איז נארמאל..? אונז האבן אזוי פיל גוטע און גרויסע פאטענציעל אויפצוטון פאר די וועלט, זאל אלעס גיין לטמיון וויל די דעמאראטן קענען נישט שלום מאכן מיטן מצב אז זיי האבן פארלוירן די וואלן....? ניין! און ניין! און ניין! .... איך וועל מער נישט ערלויבן אז דאס זאל פארקומען! פאר פינף שעה צוריק זענען אונזערע באציאונגען געווען די ערגסטע וואס עס איז נאר אמאל געווען.., אבער היינט רעדט איך צו דיר נאכדעם וואס מיר האבן זיך שוין געאייניגט אויף רוב וויכטיגע אישוס..! און די איבריגע וועלן מיר זיך אייניגן בקרוב.., פון יעצט און ווייטער וועלן מיר האבן אפענע ליניעס פון איין לאנד צום אנדערן, און מיר וועלן ארבעטן אינאיינעם אויף די אלע וויכטיגע וועלט פראבלעמען".

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל