פרעזידענט דאנעלד טראמפ, דער פירער פון די שטארקסטע לאנד אויף די וועלט און פון די גאנצע פרייע וועלט, האט אויסגעדריקט גרויס אומצופרידענהייט איבער א גליטש אין טוויטער'ס סיסטעמען...

טראמפ האט גע"טוויט"ד היינט צופרי אז טוויטער איז נישט יושר'דיג מיט די וועג וויאזוי זיי ווייזן פאר די פובליק געוויסע טוויטס ווייניגער ווי אנדערע. די אישו איז איבער א "באָג" גערופן "​​שעדאָו בענינג", וואס טראמפ טענה'ט אז זי טוט מוט די כוונה צו בלאקירן טוויטס פון רעפובליקאנער און קאנסערוואטיווע מענטשן און ארגאניזאציעס.

טוויטער האט געשריבן אז זי ווייסט פון די "גליטש", וואס האט נישט קיין שייכות מיט פאליטישע נויגונגען, און ארבעט עס צו פאררעכטן. כאטש וואס [כמעט] יעדער פארשטייט אז טוויטער זוכט נישט צו צענזורירן פאליטיק, איז גאנץ מעגליך אז די טראמפ אויפרייס וועט אפקאסטן די קאמפאני שווערע געלטער אין א צייט וואס סאשעל מידיא קאמפאניס ליידן שווערע פארלוסטן.

וואס מיינט "שעדאָו בענינג"?

טוויט

אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל