ניו דזשערסי - די באדי-קעם ווידיא פון די אפיציר ווייזט ווי דער פערטה-אמבאו פאליציאנט לויפט שנעל און ראטעוועט די לעבן פון א מאן, סעקונדעס פאר ער ווערט שיעור נישט איבערגעפארן דורך א אנקומענדיגע באן.

די געשיכטע האט זיך אנגעהויבן ווען די פרישער אפיציר קאַיל סעוואָיאַ, אינגאנצן זיבן מאנאטן אויף די דזשאב, האט געזעהן ווי היידי בורק, א פערטה-אמבאו רעזידענץ, ליגט אויף די שינעס, און בייוואוינער שרייען אז א באן קומט אריין און גייט אט איבערפארן דעם מענטש!

דער פאליציאנט האט זיך גענומען לויפן קעגן די באן ווייזענדיג ער זאל זיך אפשטעלן, און בעטענדיג דעם ליגענדיגע מענטש ער זאל זיך אויפהייבן. די באן האט זיך אפגעשטעלן ממש סעקונדעס פאר'ן איבערפארן די מענטש.

די גאנצע אינצידענט איז אפגעכאפט געווארן דורך דעם פאליציאנט'ס באדי-קאמערא, ווי מען זעהן ווי עס שפילט זיך אפ אין די קריטישע סעקונדעס, ווי אויך הערט מען ווי דער מאן באדאנקט זיך: "פון ווי ביסטו אנגעקומען?! א דאנק! אוי באשעפער, א ריזיגן דאנק!"

דער מענטש איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל פאר אונטערזוכונג. עס איז נישט קלאר פארוואס ער האט זיך אראפגעלייגט אויף די באן שינעס.

בילד


אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל