ניו יארק – די פרייזן פון פארקינג מיטערס אין ניו יארק סיטי, וועלן אין די קומענדיגע וואכן שטייגן, זייענדיג דאס ערשטע מאל זינט יאר 2013 וואס די פרייזן ווערן געהעכערט. די נייע פארקינג פרייזן וועלן גיין אזוי הויעך ווי 4 דאלער און 50 צענט פאר די ערשטע שטונדע, וואס ביז יעצט איז עס 3 דאלער און 50 צענט פאר די ערשטע שטונדע, אין פארנומענע טיילן פון מאנהעטן.

אין אנדערע געגנטער וועט עס שטייגן פון 1 דאלער פאר די ערשטע שטונדע צו 1 דאלער און 25 צענט פאר די ערשטע שטונדע. די פרייז-העכערונגען וועלן אריינגיין אין אפעקט אין ברוקלין אום סעפטעמבער 4 למספרם, אין מאנהעטן אום אקטאבער 1, אין קווינס אום נאוועמבער 1, און אין בראנקס און סטעטן איילאנד אום דעצעמבער 3.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל