אריזאנע - איין סטעיט טרופער איז דערשאסן געווארן צום טויט און אן אנדערע איז פארוואונדעט געווארן אויף די אינטערסטעיט-10 שאסיי אין די שטאט עוואנדעיל.

טעלעפאון רופן זענען אריינגעקומען נעכטן 10:30 ביינאכט אז איינער פארט זייער ווילד אויף די איי-10 שאסיי, און די פאליציי האט ארויסגעשיקט עטליכע טרופערס צו די סצענע. דער די פאליציי איז אנגעקומען, האט זיי דער פארברעכער אויסגעווארט און זיך אנגעהויבן צו שלאגן. אינמיטל די געשלעג, האט דער פארשוין באוויזן צו אוועקכאפן די געווען פון איינע פון די אפיצירן, און אנגעהויבן צו שיסן אויף זיי.

איין טרופער, דאלין דאריס, איז געשאסן געווארן אין די אקסל, און איז אריינגעפירט געווארן צו א לאקאלע שפיטאל ווי ער געפונט זיך אין א גוטע צושטאנד. א צווייטער טרופער, טיילער איידנהאפער, וואס האט נארוואס גראדואירט און האט זיל נאך געלערנט אויף די דזשאב, איז דערשאסן געווארן צום טויט.

בילד

אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל