גרינפאונט - א ווילדע ראוד-רעידזש (דרייווערס אמפערן זיך איינע מיט די אנדערע), האט זיך געענדיגט ווען איין דרייווער האט אראפגעקלאפט דעם אנדערן. די שרעקליכע ווידיא ווייזט ווי צוויי דרייווערס שלאגן זיך ארום אויף די גאס, און איינער טאנצט אריין אין זיין קאר און פארט אוועק, אבער נישט פאַר ער פאָרט איבער און צוקוועטשט דעם אנדערן.

די געשלעג האט זיך אנגעהויבן - ווי איבערגעגעבן צו אידישע נייעס דורך א בייוואוינער - היינט 1:30 נאכמיטאג ביי נארמאן עוועניו און מעקגינעס בולעווארד אין גרינפאונט, ווען דער דרייווער פון די ווייסע קאר (מיט די הוילע קאפ) האט זיך אפגעשטעלט און קאָנפראָנטירט דעם דרייווער פון די טונקעלע קאר (מיט די שווארצע קעפ), ווייל יענער האט פראבירט אריינצושניידן אין זיין ליניע.

דער גערעגטער דרייווער פון די ווייסע קאר איז צוגעקומען צו דעם אנדערן מיט א מעסערל (באַקס-קאָטער), און זיך ארומגעאמפער פאר בערך 30 סעקונדעס, ווי געזעהן אין די ווידיא, ביז אן ארטאדאקסישע איד האט זיך ארייגעמישט און פראבירט זיי אפצוטיילן. דער גערעגטער איז דאן ארומגעגאנגן צו די רעכטע זייט פון יענעמ'ס קאר, געעפנט די פאדערשטע טיר און צוגעכאפט יענעמ'ס קאר-שליסלעך, לויפענדיג דערמיט צו זיין אייגענעם קאר.

דער דרייווער פון די ווייסע קאר איז אים נאכגעלאפן גדי צו צוריקכאפען זיינע שליסלעך, אבער דער ווייסע קאר האט זיך גענומען ווילד פארן, מיטשלעפענדיג דעם אנדערן, און צודריקענדיג אים דאן צווישן די ווייסע קאר און ווען וואס איז דארט געשטאנען.

עס הערט זיך אומגלויבליך, ספעציעל נאכ'ן זעהן די ווידיא, אבער דער דרייווער פון די טונקעלע קאר איז ארויס מיט שניטן און א צוקלאפטע ריפ-ביין. ער איז אריינגעפירט געווארן צו די וואודהאל שפיטאל פאר אבזערוואציע.

בילד

ווארענונג: די ענדע פון די ווידיא איז שווער צו דערליידן, צוליב די ווילדע נאטור פון די געשלעג


אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל