16 זענען געפונען געווארן טויט און 105 געראטעוועט ווען א שיף פול מיט אימיגראנטן האט זיך איבערגעדרייט נעבן די בארטן פון סייפרוס (ציפערן), און רעטונגס מאנשאפט זוכן נאך 25-30 מענטשן אין די וואסערן.
די שיף האט זיך איבערגעקערט 30 מייל ארויס אין ים, און עס ווערט געשאצט אז בערך 147-150 מענטשן האבן זיך געפונען אויף די שיף פאר די אינצידענט. עס איז נישט קלאר אויב אלע מענטשן אויף שיף זענען געווען פליטים, און די טערקישע-ציפערן רעגירונג פארשט די פּאַסירונג.
הוסף רשומת תגובה