ווארשא – טראץ ערנסטע זארגן איבער א פרישע אויסשפרייטונג פון אנטיסעמיטיזם אין אונגארן און פוילן, האט מען געזען באריכטן פון עטליכע אקטיוויסטן גרופעס אין די צוויי לענדער, אז דער ציפער אנטיסעמיטישע אינצידענטן אין יאר 2017 זענען היפש געפאלן פון א יאר בעפאר. די "טי-אי-ווי" גרופע אין אונגארן זאגט, אז אין יאר 2017 האט זי געזאמלט רעקארדס פון ארום 37 ערנסטע אנטיסעמיטישע אינצידענטן, וואס איז פיל ווייניגער ווי די 48 אינצידענטן וואס האבן פאסירט אין יאר 2016. אין פוילן, האבן די אפיציעלע רעגירונג פראקורארן פובליצירט א באריכט אינאיינעם מיט ארטיגע אידישע גרופעס, אז עס האבן אין יאר 2017 פאסירט 112 אינצידענטן, קעגן 160 אין יאר 2016.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל