אינדאנעזיע – ים-טויכער און ספעציעלע אונטערוואסער מאשינען זענען נעכטן גענוצט געווארן, צו העלפן זוכן די וואסערן ארום אינדאנעזיע, פאר מעגליכע איבערלעבער און פאר די קערפער פון אמווייניגסטנס 190 פאסאזשירן, וועלכע זענען אריינגעפאלן אין וואסער ווען א פערי שיף האט זיך איבערגעדרייט און געזונקען אין די וואסער טיפענישן. דער אינצידענט האט פאסירט אינעם סומאטרא ראיאן, וואו די אויטאריטעטן זאגן אז די שיף איז געווען געבויעט פון שוואכע האלץ, און איז געווען איבערגעפילט מיט מער פאסאזשירן ווי ערלויבט, וואס דעריבער האט עס איינגעזונקען. מען שאצט אז אלע זענען אומגעקומען.
הוסף רשומת תגובה