בעיזשינג – די האנדלס-קריג וואס פרעזידענט טראמפ פירט מיט אנדערע לענדער, מיט דער טענה אז זיי פירן זיך אויף נישט-יושר'דיג ווען עס קומט צו אינטערנאציאנאלן האנדל-וואנדל מיט אמעריקע, איז אויסגעברייטערט געווארן אויך אויפ'ן כינעזער פראנט, ווען טראמפ האט געמאלדן שטייער שטראפן אויף כינעזער פראדוקטן.
די טראמפ אדמיניסטראציע האט פרייטאג ארויסגעשטעלט א ליסטע פון צענדליגער פראדוקטן וואס ווערן יערליך אריינגעברענגט פון כינע קיין אמעריקע, וואס די אלע פראדוקטן וועלן אויסשטיין נייע אימפארט שטייער-שטראפן, וואס וועט קאלעקטיוו באטרעפן בערך פופציג ביליאן דאלאר.
כינע איז נישט שולדיג געבליבן, און שבת אינדערפרי האבן זיי געמאלדן א ליסטע פון אמעריקאנער פראדוקטן וואס ווערן אימפארטירט יערליך קיין כינע, און די אלע פראדוקטן וועלן יעצט אויסשטיין אימפארט שטייער-שטראפן אין ווערד פון 34 ביליאן דאלאר. כינע האט אבער געגעבן נאך 3 וואכן צייט פאר די שטייער-שטראפן, מיט דער האפענונג אז טראמפ וועט צוריקציען.

הוסף רשומת תגובה