וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט פרייטאג פונדאסניי באשטעטיגט, אז דער סאמיט צווישן אים און דער צפון קארעא פירער קים יאנג אן, וועט למעשה יא פארקומען ווי געפלאנט, קומענדיגן דינסטאג יוני 12, אין סינגאפור. טראמפ האט אבער קלארגעשטעלט אז צו עררייכן אלעס וואס אמעריקע וויל, וועט דויערן מער ווי איין סאמיט, און וועט נישט ערלעדיגט ווערן אזוי שנעל.

טראמפ'ס מעלדונג אז דער סאמיט וועט ווייטער גיין ווי אריגינעל געסקעדזשולט, איז געקומען נאכדעם וואס ער האט זיך געטראפן אינעם אוועל אפיס פאר א לענגערן זיצונג מיט קים יאנג טשאל, וועלכער איז פארמאל דער נומער צוויי פיגור אין צפון קארעא. טראמפ האט געזאגט אז דער זיצונג איז געווען סוקסעספול און מ'האט געמאכט פארשריט, אבער ער האט נישט געזאגט גענוי וואס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל