די פליגער פון רבין האט געלאנדעט אום 8:10 צופרי אין מאנטשעסטער לופט פעלד, ווי די רבי איז אפגעווארט געווארן דורך די ראשי הקהילה והמוסודת  אין נאך פילע אנשי שלומינו, תיכף דערויף איז די רבי אריינגעפארן אין שטאט מיטן קאר פונעם ראה"ק ר' חיים ווייס, די רבי איז צום ערשט צוגעפארן צום פריוואטע מקוה בבית הרבני הנגיד ר' בנימין לעברעכט, אין ארום פערטל צו 11 איז די רבי אריינגעקומן צו שחרית, ווי עס האבן מיטגעדאווענט די תלמידים פון די עלטערע כיתות פון די תלמוד תורה. נאך שחרית איז די רבי ארויס אויף א קורצע הפסקה ווי די רבי האט געלייגט תפלין דר"ת.

דורך מערכת סאטמאר

בילד



ארום 12 אזייגער איז די רבי ארינגעקומען צום קבלת פנים, ווי עס האבן זיך משתתף געווען פילע גדולי ורבני העיר, בתוכם הרה"ג הורדענקא רב, הרה"ג ר' חיים מאיר ערנסטער וויזניצע רב, הרה"ג רבי אליעזר קויפמאן ראה"כ לרבנים, הרה"ג ר' לייבוש ראבינאוויטש רב דקהילה שערי מרדכי, הרה"ג ר' יוסף בראנדייס – ר"י ישבה לצעירים, הרה"ג ר' פנחס ווייס – רב דקהלת טשערנאבל, הרה"ג ר' יעקב ווירעשנער – רב דקהילת בית מרדכי, הרה"ג ר' דניאל הארצל – רב דקהלת עץ חיים ודומ"ץ בי"ד מחזיקי הדת, ר' שלמה האך – רב אהל תורה ודומ"ץ בי"ד מחזיקי הדת,

צום ערשט האט הרה"ג ר' מיכאל בער שווארץ מרביץ תורה בקהילתינו מקבל פנים געווען דעם רבין, דערנאך האט אויפגעטרעטן די דיין הגה"צ ר' מרדכי מעלער, דערנאך האט מען האט געהערט דברות קודש פון רבינו שליט''א. נאכן קבלת פנים איז די עולם אריבער שלום נעמען, אין די רבי האט געטיילט א מטבע פאר די ת"ת קינדער דערנאך איז די רבי אריבער באזוכן די אינגערע כיתות אין די ת"ת, עס האט אויפגעטערטן די מנהל המסודות הרב יודל ווייסמאן. און די רבי האט געזאגט ברכות הקודש זאגנדיג אז אין די צייט ווען עס הערשט א גזירה אויף די חינוך איז די איינציגסטע עצה מרבה צו זיין בתפלה אין בזמן שהקול קול יעקב אין הידים ידי עשיו שולטות. דערנאך איז פארגעקומען א פריוואטע מסיבת פת שחרית אין שטוב פונם ראה"ק ר' חיים ווייס עם משפחתו החשובה.

ארום פערטל צו 5 זענען אריבער געקומען צום רבין די בחורים בני אנ"ש חברי חבורת תפארת בחורים, ווי די רבי האט געגבן א שמועס יסודות אין הדרכות אויף עבודת השם, ווי אויך האט אויפגעטרעטן די ראש החבורה הרה"ג יחיאל שנעק שליט"א. ארום האלב 6 איז די רבי אריינגעקומען אין גרויסן ביהמ''ד צו די צענטראלע דרשה, ווי די רבי האט ארום גערעדט גאר יסודותדיגע ענינים אויף קדושת הבית אין קדושת ביהמ"ד, אין מאריך געווען דברי מוסד ואגדה. נאך די דרשה האט די רבי געדאווענט מנחה אין ביהמ"ד. נאך מנחה איז די רבי אריבער צום נייעם שטח וואס איז נארוואס אפגעקויפט געווארן פארן צורך פועם בית רחל, ווי די רבי האט געקלאפט א מזוזה אויף די נארוואס פארענדיגטע קאך. דערנאך איז די רבי אריבער צום נייעם בנין פונעם תלמוד תורה, ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים. דערנאך איז די רבי אריבער צום שטוב פון הרה"ח ר' בעריש ווייס. דערנאך איז די רבי אריבער אויף א באזוך ביים דיין הגה"צ ר' מרדכי מעללער שליט"א. דערנאך איז די רבי אריבער אויף א באזוך ביי הרבני הנגיד ר' בנימין לעברעכט. דערנאך איז פארגעקומען א רייכע באנקעט לטובת די מוסדות אין מאנטשעסטער אין שטוב פון הרה"ח חיים שמעון לעברעכט, עס האבן אויפגעטרעטן הרה"ח שמואל משה גפן פון לאנדאן פון עסקני המוסודת, אין ווי אויך האט מען געהערט דברות קודש פון רבין זאל זיין געזונט. דערנאך איז די רבי אריבער אויף א באזוך ביים מרא דאתרא הגה"צ ר' מנחם מענדל שנעבאלג לרפו"ש. דערנאך איז די רבי אריבער געפארן קיין חלדודנא מיטן קאר פון הרבני הנגיד ר' יחזקאל שרייבער ווי די רבי וועט פראווענען שבת צוזאמען מיט פילע אנשי שלומינו תושבי אייראפע.

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל