מאנהעטן – א פרישע באריכט איז נעכטן פובליצירט געווארן, וועלכע צייגט אז ניו יארק סיטי איז די סאמע בעסטע סיטי אין די פאראייניגטע שטאטן. דער באריכט איז צוזאמגעשטעלט געווארן דורך דער "רעסאנענס קאנסאלטענסי" פירמע, וועלכע זאגט אז זי קוקט אויף 27 קריטעריעס צו באשליסן וועלכע סיטיס זענען דאס בעסטע און דאס ערגסטע, אריינגערעכנט קרימינאלע ראטעס, לופט קוואליטעט, האוזינג פרייזן, קולטור און עקאנאמיע. ניו יארק איז אריינגעקומען אלס די סאמע בעסטע סיטי אין לאנד, און אונטער איר איז שיקאגא, לאס אנדזשעלעס, סאן פראנציסקא און לאס וועגאס. דאס איז אבער אלעס אויף דער ליסטע פון גרויסע סיטיס, ווייל די פירמע האט א באזונדערע ליסטע פון קליינע סיטיס, און נומער איינס אויף דער ליסטע איז האנאלולו, האוואאי, דערנאך אומאהא, נעבראסקע, אלבעקורקי, ניו מעקסיקא, טשארלסטאן, סאוט קעראליינע און על פאסא, טעקסאס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל