קאליפארניע – קוועלער אינערהאלב "גוגעל" זאגן, אז די טעכנאלאגיע ריז האט באשלאסן נישט צו באנייען איר קאנטראקט מיט'ן פענטאגאן. גוגעל און דער פענטאגאן האבן געארבעט אינאיינעם אויף "פראיעקט מאווען", וועלכע נוצט גאר פארגעשריטענע טעכנאלאגיע, באקאנט אלס "ארטיפישעל אינטעלידזשענס" דורכצונישטערן בילדער און ווידעאס וואס ווערן געכאפט דורך מיליטערישע דראונס, צו קענען אידענטיפיצירן מענטשן און אביעקטן, אנדעם וואס מען זאל דארפן האבן אפיצירן דורכצוקוקן די בילדער. עטליכע הויכראנגיקע גוגעל ארבעטער האבן רעזיגנירט אלס פראטעסט קעגן גוגעל'ס ארבעט מיט קאנטראווערסיאלע מיליטערישע אפעראציעס, און דעריבער האט גוגעל באשלאסן אז זי וועט נישט באנייען איר פענטאגאן קאנטראקט קומענדיגן יאר.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל