ניו יארק – אן אנטיסעמיטישער ניו יארק סיטי פייערלעשער, דזשאוסעף קאסאנא, איז סוספענדירט געווארן פון זיין פאזיציע אלס פייערלעשער, נאכדעם וואס מען האט אים געכאפט אומלעגאל אריינגיין אין א פריוואטע היים אין דער דזשערסי שאור געגנט אין ניו דזשערסי. קאסאנא איז באקאנט אלס דער וואס האט רעזיגנירט פון דער ניו יארק סיטי פייער דעפארטמענט אין 2013, ווען ס'איז אויפגעדעקט געווארן אז ער האט געשריבן עטליכע ווילדע אנטיסעמיטישע און ראסיסטישע סטעיטמענטס. לעצטנס איז ער צוריקגעשטעלט געווארן אלס פייערלעשער, און יעצט איז ער נאכאמאל סוספענדירט געווארן פון זיין דזשאב, און די פאליציי פארשן אויס די באשולדיגונגען קעגן אים, אז ער האט זיך איינגעבראכן אין א ניו דזשערסיער היים.
הוסף רשומת תגובה