בעיזשינג – דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין, וועלכער געפינט זיך פאר אן אפיציעלע סטעיט באזוך אין כינע, איז באעהרט געווארן דורכ'ן כינעזער פרעזידענט שי דזשינפינג, מיט א "פריינטשאפט מעדאל", וואס איז דאס ערשטע מאל וואס כינע גיט ארויס אזא מעדאל, און דזשינפינג האט אויסגעלויבט פוטין'ס אקטיוויטעטן צו "בויען א פרידליכע וועלט". צווישן די זאכן וואס פוטין און דזשינפינג האבן דיסקוסירט, איז געווען די אישו פון צפון קארעא און דער געפלאנטער סאמיט צווישן טראמפ און קים יאנג אן. פילע מערב וועלט אבזערווירער זענען באזארגט אז אן אליאנץ צווישן כינע און רוסלאנד, וועט שטעלן אין געפאר די מאכט פון די דעמאקראטישע מערב וועלט לענדער.
הוסף רשומת תגובה