סינגאפור – נעכטן האט מען געהערט מער דעטאלן פון ווייסן הויז איבער'ן סאמיט וואס וועט פארקומען קומענדיגן דינסטאג צווישן פרעזידענט טראמפ און דעם צפון קארעא פירער קים יאנג אן. דאס ווייסע הויז האט געמאלדן אז דער סאמיט וועט אפגעהאלטן ווערן אויפ'ן סינגאפורער רעזארט אינזל סענטאסע, אינעם ארטיגן גרויסן קאפּעלא האטעל, וועלכע איז אויסגעשטאט מיט אלע צוגעהערן און קאנפערענץ–זאלן וואס עס פעלן זיך אויס פאר אזא היסטארישן סאמיט.

די סינגאפור רעגירונג האט שוין געהאט געמאלדן אז זי האט דעזיגנירט דעם גאנצן סענטאסע אינזל אלס א "ספעציעלע זאנע", וואס באדייט אז די מיליטערישע זיכערהייט און אנדערע מאסנאמען אין דער זאנע וועלן זיין באזונדער שטארק.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל