וואשינגטאן – די אמעריקאנער רעגירונג האט נעכטן געזוכט צו נידערן די ערווארטונגען און ענטוזיאזם ארום דעם געפלאנטן סאמיט צווישן פרעזידענט טראמפ און דער צפון קארעא פירער קים יאנג אן, און פרעזידענט טראמפ האט געזאגט אז טראץ וואס מען מאכט פארשריט מיט די געשפרעכן, זאל מען נישט ערווארטן אז עס וועט זיין א סוקסעס און אז מען וועט טאקע באווייזן צו דערגרייכן צו צווינגען צפון קארעא אויפצוגעבן זייערע נוקלעארע וואפנס. טראמפ האט באזונדער געזאגט, אז ער וועט מעגליך דארפן אפהאלטן מער ווי איין סאמיט מיט קים, ווייל צו ערלעדיגן אזא גרויסע זאך ווי אויפגעבן נוקלעארע וואפנס, איז נישט עפעס וואס מען קען עררייכן מיט בלויז איין זיצונג.
הוסף רשומת תגובה