סאוט קעראליינע. – א פעדעראלער ריכטער האט ארויסגעווארפן זעכצן לאוסוטס, וואס זענען אריינגעגעבן געווארן דורך איבערלעבער פון א מאסיווע שיסעריי, אין א סאוט קעראליינע קירכע פון יאר 2015. די אנקלאגעס זענען אריינגעגעבן געווארן קעגן די פעדעראלע רעגירונג, און די פאמיליעס זאגן אז די רעגירונג איז פאראנטווארטליך פאר די שיסעריי וואס איז דורכגעפירט געווארן דורכ'ן ראסיסטישן דילען ראאף (Dylann Roof), וויבאלד אן עף-בי-איי בעקגראונד טשעק סיסטעם האט נישט פארמיטן ראאף פון קויפן גאנס.

די שיסעריי וואס ראאף האט דורכגעפירט, איז געווען אויף א שווארצע קירכע, וואו ער האט אומגעברענגט 9 שווארצע, אריינגערעכנט א שווארצער גלח. ראאף האט געהאט א היסטאריע פון עטליכע קרימיניאליטעטן, אריינגערעכנט דאס וואס ער איז אנהייב 2015 ארעסטירט געווארן אויף דראג קלאגעס, און די פאמיליעס האבן דעריבער גע'טענה'ט אז די עף בי איי בעקגראונד טשעק וואלט געדארפט צייגן ראאף'ס ארעסט, און אזוי וואלט ער נישט געקענט קויפן זיינע גאנס.

דער פעדעראלער ריכטער האט אבער ארויסגעווארפן די אנקלאגעס פון די פאמיליעס קעגן די עף בי איי, אבער אין די זעלבע צייט האט דער ריכטער טאקע שארף אראפגעריסן די עף בי איי פאר'ן נישט געהעריג אפדעיטן און אויפפרישן די בעקגראונד טשעק סיסטעם פאר גאן פארקויפונגען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל