ניו יארק – א קאמיוניקאציע דורכפאל מיט א דזשעט-בלו פליגער, האט געברענגט א קורצע שרעק אין קענעדי לופטפעלד. די פעדעראלע אוויאציע אויטאריטעטן זאגן, אז דזשעט-בלו פלייט נומער 1623 האט געליטן פון "ראדיא געצייג" פראבלעמען בשעת'ן זיך רוקן פונעם געיט אין ריכטונג צום ראנוועי גרייטנדיג זיך צו הייבן דינסטאג אכט אזייגער ביינאכט. זעענדיג אז די פילאטן ענטפערן נישט אויף פשוט'ע אנווייזונגען, איז אנטשטאנען א זארג אז דער פליגער איז אין קאנטראל פון היידזשעקער, אבער נאך עטליכע מינוט האבן די פילאטן ווייטער געהעריג קאמיוניקירט, און ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז ס'איז געווען פשוט א ראדיא מאלפונקציע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל