דמשק – באריכטן ווייזן אז עס האט זיך געמאכט א קורצע מיליטערישע געפעכט צווישן רוסישע טרופן און איראנער-געשטיצטע קרעפטן אין סיריע. דער געפעכט איז אנטשטאנען ווען רוסלאנד האט סטאנציאנירט אירע טרופן אין סיריע, ביים גרעניץ נאענט צו לבנון, וואס האט געברענגט אויפברויז ביי כיזבאלא און אנדערע איראנער מיליטערישע גרופעס, וויבאלד רוסלאנד האט נישט געהעריג קאארדינירט און איינגעמאלדן אז זיי גייען אהינקומען. דער געפעכט איז אבער שנעל געלעזט געווארן, ווען אסאד האט אריינגעשיקט זיינע טרופן, איבערצונעמען דריי וויכטיגע מיליטערישע פאזיציעס ביי דער גרעניץ, און די רוסישע טרופן זענען אוועקגעגאנגען.


בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל