וואשינגטאן – דער פראבלעם פון טראמפ אדמיניסטראציע באאמטע וועלכע ווערן אטאקירט און נאכגעשריגן, האט זיך אנטוויקלט אלס צענטראלע פאליטישע אישו אין די לעצטע 48 שטונדן, נאכדעם וואס ווייסע הויז פרעסע סעקרעטאר סערע סענדערס איז ארויסגעווארפן געווארן פון א רעסטוראנט בלויז ווייל זי ארבעט פאר פרעזידענט טראמפ. סענדערס' ארויסווארפונג איז בלויז די לעצטיגע אין א כוואליע ענליכע אינצידענטן, אריינגערעכנט ווען טראמפ ראטגעבער סטיווען מיללער איז געווען געצוואונגען צו פארלאזן א רעסטוראנט נאכ'ן ווערן פארשריגן – און נעכטן האט מען געהערט אפילו פון הויכראנגיקע דעמאקראטן, אריינגערעכנט סענאט מינאריטעט פירער טשאק שומער, וועלכע האבן געזאגט אז די אטאקעס אויף טראמפ איינגעשטעלטע מוזן זיך אויפהערן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל