פאריז – אידן אין פראנקרייך האבן אויסגעדרוקט זארג, נאכדעם וואס א פאפולערער מוסולמענער אקטיוויסט האט פובליצירט א ליסטע פון אידישע ציהלן אין לאנד. דער אקטיוויסט סיהאם אסבאגו האט פובליצירט די ליסטע אויף א ברייט-געליינטע מוסולמענער נייעס סטאנציע, וואס צווישן די זאכן אויף די ליסטע, איז די אידישע "קריף" ארגאניזאציע, דער אידישער פאליטישאן דזשוליען דרעי, געוועזענער פרעמיער מיניסטער מאניועל וואלס, וועלכער איז א שטיצער פון מדינת ישראל און זיין פרוי און קינדער זענען אידן. אסבאגו האט אבער נעכטן נאכט געלייקנט אז זיין ליסטע איז געווען א רוף צו אטאקירן די מענטשן.
![בילד בילד](https://blogger.googleusercontent.com/img/proxy/AVvXsEiATdn1w7Lyb3ZI9uApjXmEeQ9rOFwxImGZNXz50fDVPpbprQpt88OZgWHDKp9Ic0JBxDnincC4GBBuP6mpKJk0nWKQvEcqmWPBQ83asIuiyVS8TVhvPsWcSEXcQMLqtdgDDKh5ncaJyqXQzLiL7zIp6tOMgx0UA28YZTTT_sv3LuHvcaqPCQPDrkbtEBMvhFyUpzfQwOARaIc2XNktsG5ys5Z40ndmtQ=s0-d-e1-ft)
הוסף רשומת תגובה