קוויבעק – באריכטן אין קאנאדישע מידיא צייגן, אז ארטיגע בירגער האבן אונטערגענומען א קאמפיין צו באיקאטירן אמעריקאנער פראדוקטן. דאס קומט אין א צייט וואס די צוויי אליאירטע און פריינטליכע לענדער האלטן אינמיטן א ברענענדיגער האנדלס קריג, אלס רעזולטאט פון טראמפ'ס באשלוס ארויפצושטעלן האנדלס שטראפן אויף קאנאדע, און אראפצורייסן דעם קאנאדישן פרעמיער מיניסטער. צווישן אנדערן הערט מען אז קאנאדישע בירגער באיקאטירן קענטאקי "בורבען" בראנפן, קאליפארניע וויין און פלארידע מאראנצן, און האלטן זיך צוריק פון איינקויפן אין "סטארבאקס" און "וואלמארט". אויך זענען פילע קאנאדישע מבטל זייערע וואקאציע פלענער אין אמעריקע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל