באגדאד – דער פירער פון דער סאדאריסטישער באוועגונג אין איראק, מוקטאדא על-סאדאר, וועלכער האט פאקטיש יעצט דאס מערסטע מאכט אין לאנד, נאכדעם וואס זיינע פארטייען האבן געוואונען א מערהייט פארלאמענט זיצן, איז ארויסגעקומען און געמאלדן אז ער וואלט ערלויבט איראקער-אפשטאמיגע אידן זיך צוריקצוקערן קיין איראק, אויב זענען זיי געטריי צום לאנד.

על-סאדאר איז אנגעפרעגט געווארן דורך איינעם פון זיינע שטיצער איבער דעם, און ער האט געענטפערט "אויב זייער לאיאליטעט און געטריישאפט איז פאר איראק, זענען זיי וועלקאם" צוריקצוקומען און זיך צוריק באזעצן אינעם לאנד פון וואו זיי זענען אנטלאפן אין די ענדע 940'ער יארן. על-סאדאר'ס קאמענטארן זענען אויפגענומען געווארן גאר פאזיטיוו, און עס ברענגט מיט זיך א פאטענציעלן היסטארישן טויש.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל