וואשינגטאן – ביי א פרעסע קאנפערענץ נעכטן אין ווייסן הויז, אינאיינעם מיט'ן יאפאנעזער פרעמיער מיניסטער שינזא אבעי, האט פרעזידענט טראמפ געזאגט אז ער וואלט איינגעלאדנט דעם צפון קארעאר פירער, קים יאנג אן, פאר א באזוך אין ווייסן הויז, "אויב אלעס וועט גיין גוט".

שטייענדיג בלויז 5 טעג בעפאר'ן היסטארישן סאמיט, האט דער פרעזידענט ווידערהאלט אז אויב די געשפרעכן וועלן זיך נישט אויסארבעטן, איז ער גרייט אוועקצושפאצירן פונעם פארהאנדלונגס טיש. ער האט אבער געזאגט אז ס'זענען דא גאר גוטע שאנסן אז מ'וועט ארויסקומען מיט עפעס היסטאריש.

טראמפ'ס דעקלעראציע, אז ער וואלט געלאדנט קים פאר א ווייסע הויז באזוך, איז געקומען איין טאג נאכדעם וואס באריכטן האבן געצייגט אז ער וויל לאדענען קים צו באזוכן זיין מאר-א-לאגא רעזארט אין פלארידע. אויב וועט קים באזוכן דאס ווייסע הויז, וועט דאס זיין אן ערשטמאליגע און היסטארישע געשעעניש.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל