פיאנגיענג – אין א ווייטערדיגן צייכן אז זי זוכט באמת אנצוהייבן נייע צייטן מיט אמעריקע, האט דער צפון קארעאר רעזשים אפגעשאפן א יערליכן אנטי-אמעריקאנער מארש אין די גאסן פון איר הויפטשטאט. דער אנטי-אמעריקע מארש קומט געווענליך פאר אין די ערשטע טעג פון א סעריע פייערונגען אין לויף פונעם מאנאט יולי, ווען מען צייכנט אפ דער אנהייב פונעם קארעאר קריג, און ביים מארש ווערן געשריגן אנטי-אמעריקאנער לאזונגען און ארויסגעשטעלט אנטי-אמעריקאנער שילדן. אבער היי יאר איז נישט געסקעדזשועלט פארצוקומען דעם אנטי-אמעריקאנער מארש, נאר בלויז די מלחמה יארטאג אפצייכענונגען. דאס קומט נאכדעם וואס דער ארטיגער רעזשים האט שוין אויך אנגעהויבן אראפצונעמען די אנטי-אמעריקאנער פראפאגאנדע שילדן וואס פלעגן באצירן פיאנגיענג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל